אפענער בריוו פון עמילי גאלעגער צו די חסידישע אידישע וויילער פון וויליאמסבורג

משך פון די לעצטע וואך צייט האב איך ערהאלטן פארשידענע אנפראגען אויב איך האב גענומען א שטעלונג אין פאליטיק אויף געוויסע פאליטישע ענינים וכדומה. דעריבער וויל איך קלארשטעלן דעם מציאת הדברים:

איך בין א לאנג יעריגער איינוואונער אין ברוקלין, טיף פארפליכטעט צו רעפרעזעטירן פלייסיג יעדן איינציגן טייל פון דעם פופציגסטן אסעמבלי דיסטריקט צוגלייך. מיט אייפער און נאמנות אפגעזען יענעם’ס ראסע רעליגיע אדער זייער פערזענליכער לעבן. — איך וועל קעמפן פאר אייך מיט אלעס וואס דער אייבערשטער האט מיר געגעבן. דער אידישער געמיינדע אין וויליאסבורג איז גאר א וויכטיגער טייל פון דעם דיסטריקט.

דורכאויס מיין יארן לאנגער ‘קאמיוניטי בארד’ דינסט האב איך געהאט די זכי’ צו ארבייטן מיט אסאך חסידישע פירער און עסקנים, די דרום-וויליאמסבורגע קהילות האבן ערנסטע געברויכן, פון צוגעגענליכע דירות האוזינג, ביז פארברייטערן די קינדער פרי-סקול וואושטערס. איך וועל קעמפן פאר אייך.  

איך בין גאר שטארק אנטוישט געווען אין דעם איצטיגן רעגירונג באהאנדעלונג פונעם קאראנע-ווירוס עפידמיע. מיר האבן פארלוירן צופיל טייערע שכנים אונזערע. אריינגערעכט פון דרום-וויליאמסבורג. איך גלויב אז מען וואלט געדארפט דערלויבן די פארזיכערטע שפיטעלער באזיכער פראגראם נאך מיט וואכן צוריק. צו פארזיכערן אז די פאציענטן האבן טאקע באקומען די ריכטיגע באדינוג.

אויב אונזערע פובליק געזונטהייט עקספערטן האבן געזאגט אז ‘דעי-קעמפס’ איז פארזיכערט צו עפענען דעם זומער אין די סיטי און אין גאנץ ניו יארק, פארשטיי איך נישט פארוואס זיי לאזן נישט עפענען די געהעריגע קעמפס אויך? משפחות דארפן נארמאלע און פארזיכערטע פארוויילונגען, און קעמפס זענען קאנטראלירטע סביבות. איך וועל שטופן פאר זייער עפענונג.  

ועל כולם, וויל איך פארזיכערן אז מיר זאלן נישט פארגעסן פון די פחדים’דיגע פארמערונג פון אנטיסעמיטישע האסן-פארברעכן אטאקעס איבער די לעצטע יארן אין ניו יארק און איבער’ן גאנצן לאנד. האסע האט נישט קיין היים דא.

איך קוק שטארק ארויס, צו ארבייטן מיט די גאנצע אידישע קהילה אין וויליאמסבורג און איך בעט אייך נישט מקבל זיין די די היציגע קאמפיין לשון הרע’ס קעגן מיר פערזענליך וואס איר וועט זיך מעגליך אנשטויסן די קומענדיגע צוויי טעג!